Traditional Songs "Tumbalalaika (טומבאַלאַלאַיקאַ)" letra

Traducción al:enfrhehurusktrvi

Tumbalalaika (טומבאַלאַלאַיקאַ)

שטײט אַ בחור און ער טראַכט,(או: שטײט אַ בחור, שטײט און טראַכט)טראַכט און טראַכט אַ גאַנצע נאַכט:וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען,וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען?טום־באַלאַ, טום־באַלאַ, טום־באַלאַלײַקעטום־באַלאַ, טום־באַלאַ, טום־באַלאַלײַקעטום־באַלאַלײַקע, שפּיל באַלאַלײַקע,טום־באַלאַלײַקע, פֿריילעך זאָל זײַן!(או: שפּיל באַלאַלײַקע, פֿריילעך זאָל זײַן!)מיידל, מיידל, כ'וויל בײַ דיר פֿרעגן:וואָס קען וואַקסן, וואַקסן אָן רעגן?וואָס קען ברענען און ניט אויפֿהערן?וואָס קען בענקען, וויינען אָן טרערן?טום־באַלאַ, טום־באַלאַ...נאַרישער בחור, וואָס דאַרפֿסטו פֿרעגן?אַ שטיין קען וואַקסן, וואַקסן אָן רעגן,ליבע קען ברענען און ניט אויפֿהערן,אַ האַרץ קען בענקען, וויינען אָן טרערן!טום־באַלאַ, טום־באַלאַ...וואָס איז העכער פֿון אַ הויז?וואָס איז פֿלינקער פֿון אַ מויז?וואָס איז טיפֿער פֿון אַ קוואַל?וואָס איז ביטער, ביטערער ווי גאַל?טום־באַלאַ, טום־באַלאַ...אַ קוימען איז העכער פֿון אַ הויז,אַ קאַץ איז פֿלינקער פֿון אַ מויז,די תּורה איז טיפֿער פֿון אַ קוואַל,דער טויט איז ביטער, ביטערער ווי גאַל!טום־באַלאַ, טום־באַלאַ...

Aquí se puede encontrar la letra de la canción Tumbalalaika (טומבאַלאַלאַיקאַ) de Traditional Songs. O la letra del poema Tumbalalaika (טומבאַלאַלאַיקאַ). Traditional Songs Tumbalalaika (טומבאַלאַלאַיקאַ) texto. También se puede conocer por título Tumbalalaika טומבאַלאַלאַיקאַ (Traditional Songs) texto.